א זעלטענע רעטונג אפעראציע איז היינט דורכגעפירט געווארן דורך די אמעריקאנער נעיווי ווען זיי האבן געראטעוועט צווי פרויען וועלכע האבן געבלאדשעט אין זייער שיפל אויפ׳ן אפענעם ים פאר איבער 5 מאנאטן. די צוויי האבן געזאלט זיך ארויסלאזט אויף א קורצע רייזע פון האוואוי קיין נימימע, און האבן זיך פארלאזט אויף זייער זעגלן אז עס וועט זיי ברענגן צום דעסטינאציע, אבער זיי זענען פארשווימען מיט איבער 950 מייל אוועק פון די ברעגעס, און טראץ זייער טעגליכע רופן פאר הילף האבן זיי נישט געהאט קיין איין שיף אין די געגענט צוליב דעם וואס זיי זענען געווען אין א פארווארפענעם טייל אינעם ים. מיט עטליכע טאג צוריק זענען זיי צום ערשטן מאל אנדעקט געווארן דורך א מאלאזיער פישער שיף, און ער האט אלאמירט די נעיווי וועלכע איז זיי געקומען אפנעמען. די צוויי געפונען זיך אין א נארמאלע געזונט צושטאנד א דאנק דעם וואס זיי האבן געהאט אויפ׳ן שיף א וואסער ריינינגונג סיסטעם וואס האט זיי ערלויבט צו טרינקן ים וואסער, און אזוי אויך האבן זיי געהאט א גרויסע סטאק פון טרוקענע שפייז וואס איז געווען גרייט פאר א נויטפאל.

בילד: מאטראזן געראטעוועט נאכ׳ן פארברענגן 5 מאנאטן אויפ׳ן אפענעם ים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל