היינט איז ארויסגעקומען די ציפערן איבער די עקאנאמישע וואוקס פאר׳ן דריטן קווארטאל, און ווי עס שטעלט זיך אויס האט די עקאנאמישע וואוקס איבערגעשטיגן ערווארטונגען און די עקאנאמיע איז געוואקסן מיט מער פון 3% אינעם לעצטן קווארטאל. דאס קומט טראץ וואס מען האט גענידערט ערווארטונגען צוליב די האריקעין אירמע און הארווי, די וואוקס פאלגט נאך א וואוקס פון 3 פראצענט אינעם צווייטן קווארטאל און עס שטעלט די עקאנאמיע אויף די וועג צו זעהן א וואוקס פון 3 פראצענט אין די דורכשניט פון גאנץ 2017.
קאנסומער שפענדינג וואס מאכט אויס די גרעסטע טייל פון די עקאנאמישע וואוקס איז געוואקסן מיט 2.6 פערצענט, נאך א וואוקס פון 3.1% אינעם צווייטן קווארטאל, און ביזנעס אינוועסטמענט איז געוואקסן מיט 1.5% און צוגעלייגט 0.25% צו די וואוקס. די קאמערץ דעפארטעמנט האט אינעם רעפארט געשאצט די עקאנאמישע שאדנס פון די נאטורליכע קאטעסטראפעס אין די לעצטע מאנאטן ביי ארום 131 ביליאן דאלער.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה