שווייץ – דער אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט, רעקס טילערסאן, האט נעכטן געזאגט אז דער סירישער פרעזידענט באשאר אסאד און זיין פאמיליע האבן נישט קיין שום ראלע אינעם צוקונפט פון סיריע. די אמעריקאנער פאליסי איבער אסאד, זינט'ן אנהייב פונעם בירגער קריג אין סיריע, האט זיך שוין עטליכע מאל געטוישט, און אונטער דער אבאמא אדמיניסטראציע, האט אבאמא צוערשט געזאגט אז אסאד קען פארבלייבן אין אמט, נאר ער מוז אקצעפטירן ערנסטע רעפארמען און פאררופן וואלן, אבער שפעטער האט אבאמא זיך אפגעלאזט דערפון און מער נישט גערופן פאר קיין רעזשים טויש. ווען טראמפ איז אריינגעקומען, האבן זיינע ראטגעבער אויך געזאגט אז אמעריקע האט נישט דוקא א שטייפע פאליסי אז אסאד מוז אפטרעטן, אבער טילערסאן האט נעכטן געזאגט אז ער זעט נישט אז ס'זאל זיין א רעאליטעט אין סיריע אין וועלכע אסאד וועט פארבלייבן אויפן בענקל. טילערסאן'ס קאמענטארן זענען געקומען געציילטע טעג בעפאר עס הייבן זיך אן פרישע שלום געשפרעכן, וועלכע צילט אנצוהייבן א פאליטישע טראנזישאן אין סיריע, וועלכע וועט זיך ענדיגן מיט וואלן.

בילד: טילערסאן: קיין צוקונפט פאר אסאד אין סיריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל