קרית יואל – א ניו יארק סטעיט אפעלאט געריכט האט נעכטן געאורטיילט אז קרית יואל קען באלד אנהייבן געניסן פון א נייעם גרויסן וואסער קוואל, וועלכע איז געגראבן געווארן אין דערנעבנדיגן קארנוואל, וואס דער אורטייל באדייט אז דער אנגייענדיגער וואסער מאנגל אין קרית יואל איז פארלייפיג געלעזט בעז"ה, און אויך אז דער לאנג-געפלאנטער וואסער פייפליין, וועלכע וועט צושטעלן פרישע מיליאנען גאלאנען וואסער פאר תושבי קרית יואל, קען גיין פאראויס.

קרית יואל ארבעט שוין לאנגע יארן זיך אנצושליסן אינעם ניו יארק סיטי וואסער עקוואדאקט, צו האבן אן ענדלאזע און גרינגע סופליי פון וואסער, צו אקאמאדירן דעם גרויסצוגיקן וואוקס פון דער קרי' נאמנה, און כדי זיך אנצושליסן אינעם עקוואדאקט, האט מען אונטערגענומען צו בויען א דרייצן-מייליגן פייפליין, וועלכע האט זיך ביז אהער אנגעשטויסן אין פארשידענע לעגאלע פלאנטערנישן.

טייל פון די פארלאנגען פון די סטעיט ענווייראמענטאלע באאמטע, אז קרית יואל זאל זיך קענען אנשליסן אינעם עקוואדאקט, איז געווען אז ס'זאל זיין א "בעק-אפ" קוואל, אין פאל דער פייפליין פונקציאנירט נישט צוליב אן עמורדזשענסי. פאר דעם צוועק, האט קרית יואל אפגעקויפט און געגראבן א קוואל אין דערנעבנדיגן קארנוואל. קרית יואל האט למעשה באשלאסן אריינצושטעלן דעם נייעם קוואל אין באנוץ, צו לעזן דעם וואסער מאנגל, אבער די לאקאלע ארומיגע מוניציפאליטעטן האבן געברויזט דערקעגן.

טראץ וואס די סטעיט ענווייראמענטאלע באאמטע האבן באשטעטיגט אז דער נייער קוואל וועט נישט אפעקטירן די ארומיגע מוניציפאליטעטן, האבן זיי געקלאגט אין געריכט איבער דעם. א סטעיט סופרים קאורט האט שוין ארויסגעווארפן די אנקלאגע, אבער זיי האבן פריש געקלאגט אין אפעלאט געריכט, און נעכטן האבן זיי ענדגילטיג פארלוירן דעם קעיס, ווען דער אפעלאט געריכט האט ארויסגעווארפן זייערע קלאגעס.

נאך דעם סופרים קאורט אורטייל וואס איז נעכטן ארויסגעגעבן געווארן, זענען מער נישטא קיין שום אנגייענדיגע געריכטליכע קלאגעס קעגן דעם גרויסן פייפליין פראיעקט, און אויך וועט קרית יואל באלד אנהייבן נוצן דעם נייעם קוואל, וועלכע וועט צושטעלן 612,00 גאלאן וואסער טעגליך פאר'ן באנוץ פון די טויזנטער נפשות אין דער שטאט קרית יואל, וואס איז מיסודו פון מרן רבינו הקדוש מסאטמאר זי"ע, און אויך וועלן קענען פאראויסגיין די שטעקן-געבליבענע בוי פראיעקטן, צוליב וואס ס'איז דא א פרישע וואסער סופליי.

בילד: וואסער מאנגל אין קרית יואל געלעזט נאך גרויסן געריכט געווינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל