דעם צענטן אין אוגוסט דאס יאר איז די דשורנאליסטקע קים וואל (Kim Wall) ארויפגעגאנגען אויף די ספעציעלע סומבארין שיף פונעם שוועדישן ערפונדער פּיטער מעדסאן (Peter Madsen), און צומארגנס איז די שיף טיילווייז געזונקען און פּיטער מעדסאן איז געראטעוועט געווארן, אבער מען האט נישט געפונען קים וואל. צוערשט האט מעדסאן געזאגט אז זי האט זיך דערטרונקען ווען די שיף האט געזונקען, אבער שפעטער האט מען אפגעפונען איר קערפער ביים בארטן שווער געשעדיגט.

ווי עס שטעלט זיך ארויס, האט מעדסאן געזונקען זיין אייגענע סומבארין אין וועלכע ער האט אריינגעלייגט יארן ארבייט און געלט, כדי צו פארהוילן באווייזן איבער די טויט פון קים וואל. מעדסאן האט אין אנהויב קאטעגאריש געלייקנט אז ער זאל איר האבן ערמארדעט, און געזאגט אז זי איז אומקומען פון א פאלנדיגע אביעקט אויף די שיף, און איר קערפער איז געשעדיגט געווארן פאר זי איז ״אריינגעפאלן״ אין ים.

נעכטן האט די פאליציי געזאגט אז מעדסאן האט ווידער געטוישט זיין ווערסיע און געזאגט אז זי איז אומגעקומען פון א פארגיפטונג פון קארבאן מאנאקסייד אין די שיפ׳ס קאבינע, אין די צייט ווען ער האט זיך געפונען אויפ׳ן דעק. און ער האט צוליב פאניק איר אריינגעווארפן אין ים. פאליציי זאגט אז ער וועט ווערן אנגעקלאגט מיט מארד, און זענען ביי די מיינונג אז ער האט איר אומגעברענגט, טראץ וואס עס בלייבט אומקלאר וואס זיינע מאטיוון האבן געקענט זיין.

בילד: מיסטעריעזער טויט פון אידישע דשורנאליסטקע פון שוועדן טיילווייז געלייזט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל