די ״דוישטע באן״ פירמע האט א נאמען געגעבן איינע פון אירע נייע עקספרעס ליניעס דעם נאמען ״אנא פראנק״ אין אנדענק פון די בארימטע אידישע מיידל פון אמסטערדאם וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א סימבאל פון די שואה צוליב אירע באקאנטע מעמוארן אין וועלכע זי האט פאראייביגט די איבערלעבענישן פון איר פאמיליע, און זי איז צום סוף אומגעקומען אין די טויט לאגערן.

די באשלוס איז שטארק קריטיקירט געווארן אין דיישטלאנד און איז באצייכנט געווארן אלס גאר אומסענסיטיוו, סיי צוליב דעם וואס איר נאמען דארף נישט גענוצט ווערן אלס א מארקעטינג גימיק, און אויך צוליב דעם וואס עס איז טראגי-קאמיש אז די דייטשע באן פירמע וואס האט געפירט מיליאנען אידן צו זייער טויט באנוצט זיך מיט איר נאמען פאר זייערע באנען.

די באן פירמע טוט פארטיידיגן איר באשלוס, און זאגן אז זיי האבן געגעבן נאך צענדליגע נעמען פאר באנען אויף די נעמען פון פארשידענע פראמינענטע פיגורן, און אז זיי ווילן דערמיט פאראייביגן איר אנדענק און דערמאנען מענטשן איבער איר ביטערע שיקזאל און די שיקזאל פון דעם אידישן פאלק.

בילד: אויפברויז נאכדעם וואס דייטשע אויטאריטעטן רופן נייע באן ליניע ״אנא פראנק״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל