א 71 יעריגער בארא פארקער איינוואוינער האט נעכטן געדארפט אנקומען צו מעדיצינישער באהאנדלונג נאכדעם וואס ער איז ברוטאל איבערגעפאלן געווארן דורך פאליציי אפיצירן אין לויף פון א רוטינע טראפיק אפשטעל, דער איד איז געווען אין זיין קאר אויף די 53'סטע גאס צווישן 17 און 18'טע עוועניו ווען צוויי פאליציי אפיצירן זענען געקומען צו זיינע פאדערשטע פענסטער און איינער האט געבעטן זיין לייסענס און רעגיסטראציע, אין די צייט וואס דער צווייטער האט אריינגעשיינט מיט א פלעשלייט אויף אים.

לויט ווי דער איד זאגט האט ער געבעטן פון די פאליציי צו אויסלעשן דעם פלעשלייט וויבאלד דאס שטערט אים פון טרעפן זיינע רעגיסטראציע דאקומענטן. אבער אנשטאט דאס טון האבן אים די צוויי ארויסגעשלעפט פון זיין זיץ און אים אראפגעשליידערט אויף דער ערד און דאן אים געקייטלט און אריינגעפירט צום פאליציי סטאנציע.

קאנסילמאן דעיוויד גרינפעלד האט עפנטליך פארדאמט די פאליציי און איז ארפאגעקומען באזוכן דעם באטראפענעם אין מיימאנעדיס שפיטאל און פון דארט גערופן פאר אן אויספארשונג פאר די פאליציי אפיצירן. די פאליציי דעפארטמענט האט אבער אין א סטעיטמענט אפגעווארפן די באשולדיגונגען און זאגן אז דער באטראפענער איד איז געווען זייער אומקאאפעראטיוו און האט פרובירט זיך צו קעגנשטעלן און זיי האבן דעריבער נישט געהאט קיין אנדערע אויסוועג.

בילד: אויפברויז אין בארא פארק נאכדעם וואס פאליציי אטאקירן עלעטערער איד




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל