די לעצטע קאנפליקט אין סיריע און די נאנטע פארבינדונגען צו איראן האבן געטוישט די כאראקטער פון די טעראר ארגאניזאציע חיזבאללע, וועלכע איז פארוואנדלט געווארן פון א סעקטארישער און עטנישע טעראר גרופע צו א מאסיווע מיליטערישע מאכט, און טראץ וואס זי האט פארלוירן פילע קעמפער אין סיריע פארמאגט זי היינט שטערקערע וואפן, און אירע קעמפער זענען גאר גוט מושטירט און טרענירט. א זאך וואס רופט ארויס שטארקע זארג אין מדינת ישראל, און ביי אידן אין ארץ ישראל.

א אינטערנאציאנאלע גרופע פון עקספערטן - וועלכע נעמט אריין גענעראלן פון אמעריקע, ענגלאנד, אויסטראליע און נאך - זאגן אז חיזבאלע פארמאגט היינט זאפאסן פון פארגעשריטענע מיסילס וועלכע קענען גרייכן א פונקטליכע ציל אין די ווייטקייט פון בי הונדערטער מיילן, און זיי באצייכנט אלס די מערסט מאכטפולע מיליטער אין די וועלט וואס ווערט נישט געפירט דורך אן אפיציעלע לאנד.

חיזבאללע ווערט פאררעכנט פאר א לאנגע ארעם פון איראן ביים גרעניץ פון מדינת ישראל, און זיי טוען אויספאלגן אנווייזונגען פון טעהראן וועלכע באוואפנט זיי, די זארג אין מדינת ישראל איז אז ווען עס ענדיגט זיך די אפעראציעס אין סיריע וועלן זיי אויסדרייען די וואפן קעגן מדינת ישראל, און דאסמאל זענען זיי פיל שטארקער ווי אין די פריערדיגע רונדעס פון געוואלדטאטן צווישן חיזבאללע און מדינת ישראל.

די באריכט זאגט אז די ארגאניזאציע פארמאגט 25,000 קעמפער, פון וועלכע ארום 5,000 זענען אריבער העכסטע פארגעשריטענע טרענירונג אין איראן, און זיי פארמאגן הונדערטער זילזאל מיסילס פון איראנער פראדוקציע, וועלכע קענען גרייכן א ווייטקייט פון 250 קילאמעטער און טרעפן מיט א פונטקליכקייט פון עטליכע מעטער.

בילד: אינטערנאציאנאלע עקספערטן: חיזבאללע האט אצינד די מאכט פון א געהעריגע ארמיי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל