צה״ל קרעפטן האבן היינט אינדערפרי באמבאדירט א פרישע טעראר טונעל וועלכע איז געווען אקטיוו אין עזה נעבן די גרעניץ מיט מדינת ישראל. אינעם אויפרייס זענען אומגעקומען אכט טעראריסטן אריינגערעכנט הויכראנגיקע פירער אין די ״איסלאמישע דשיהאד״ ארגאניזאציע און אזוי אויך עטליכע כאמאס מיטגלידער.

דאס האט געברענגט א באלדיגע שארפע ווארנונג פון כאמאס אז זיי וועלן נקמה נעמען און נישט פארשווייגן די אקציע, אין זייער ערשטע מעלדונג האבן זיי געזאגט אז ביז עטליכע שטונדן וועט מען הערן זייער רעאקציע, דערווייל האט מען געהערט אז זיי האבן אנגעהויבן רעקרוטירן זייערע קעמפער, און אוועקגעריקט זייערע מענטשן פון די פאזיציעס ארום די גרעניץ, א צייכן אז זיי גרייטן זיך אויף א פרישע רונדע פון געוואלדטאטן.

אויך אויף די זייט פון מדינת ישראל דערקענט זיך א מאביליזאציע פאר די מעגליכקייט פון א פרישע מיליטערישע קאנפליקט, די מיליטער האט שוין אויסגעשפרייט לענגאויס די גרעניץ די ״כיפת ברזל״ מיסיל שוץ סיסטעם, און די גרעניץ מיליטער איז געשטעלט געווארן אויף הויכע אלערט צו שטיין אויף די וואך פון מעגליכע אטאקעס.

בילד: אנגעצויגנקייט אין עזה פאס נאך באמבאדירונג פון טעראר טונעל דורך מדינת ישראל 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל