איראק — די פירערשאפט פון די קורדן אין איראק האבן נעכטן געמאלדן, אז זיי זענען גרייט צו אנולירן די רעזולטאטן פונעם רעפערענדום וואס זיי האבן אפגעהאלטן מיט א חודש צוריק, אין וועלכע א מערהייט קורדן האבן געשטימט אז די קורדישע רעגירונג זאל זיך אפרייסן פון איראק און גרינדן קורדיסטאן אלס א זעלבסטשטענדיג לאנד. אצינד זאגן די קורדן אז זיי זענען גרייט צו אנולירן די רעפערענדום רעזולטאטן און זיך אראפזעצן פאר געשפרעכן מיט דער איראקער צענטראלער רעגירונג, וואס אנאליסטן זאגן אז די ווייכערע צוגאנג פון די קורדן קומט אלס רעזולטאט פון דעם וואס די איראקער רעגירונג האט גאר שארף רעאגירט צום רעפערענדום, אריינשיקנדיג איר מיליטער פאריגע וואך, צו פארכאפן קאנטראל פון דער רייכער קורדישע שטאט קירקוק.

בילד: קורדן מסכים צו אנולירן רעפערענדום

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל