וואשינגטאן – א פרישע אויפדעקונג צייגט, אז די קלינטאן קאמפיין און די דעמאקראטישע פארטיי קאסע האבן געהאלפן באצאלן צוזאמצושטעלן די גאר נעגאטיווע באריכט איבער טראמפ׳ס אקטיוויטעטן אין רוסלאנד, באקאנט אלס דער "טראמפ דאסיער". דער באריכט איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך דער ״פיוזשען דזשי–פי–עס״ פירמע מיט דער הילף פונעם געוועזענעם בריטישן שפיאן קריסטאפער סטיעל, און די אויפדעקונג קומט נאכדעם וואס טראמפ האט פאריגע וואך פארלאנגט אויסצופארשן ווער עס האט געצאלט פאר׳ן באריכט, וואס יעצט שטעלט זיך ארויס אז די קלינטאן קאמפיין אליינס האט געצאלט דערפאר.

די פרישע מידיא באריכטן, אז קלינטאן האט געצאלט פאר'ן נעגאטיוון טראמפ באריכט, צייגן אויך אז אריגינעל האט די "פיוזשען דזשי–פי–עס" פירמע אנגעהויבן צוזאמשטעלן דעם באריכט איבער טראמפ, אויף דער ביטע פון אנאנימע רעפובליקאנער, אין לויף פון די ערשטע מאנאטן פונעם פריימערי סעזאן, אבער נאכדעם וואס טראמפ האט געווינען די פריימערי, האבן די רעפובליקאנער אויפגעהערט צאלן פאר דער ארבעט פון דער פירמע, און דאן האבן די דעמאקראטן עס איבערגענומען. נאך די נאוועמבער וואלן, האט קלינטאן זיך אפגעלאזט דערפון, און די עף-בי-איי האט אנגעבאטן ווייטער צו באצאלן פאר סטיעל, צו ברענגען אינפארמאציע איבער טראמפ.

בילד: פרוי קלינטאן קאמפיין געצאלט פאר "טראמפ דאסיער"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל