לאנדאן – די בריטישע רעגירונג האט אפגעווארפן די נעגאטיווע באריכטן אין דער פרעסע, און האט גע'טענה'ט אז די ברעקזיט געשפרעכן גייען אן ווי נארמאל, און אז אלעס פראגרעסירט פאראויס ווי עס ברויך צו זיין. דאס קומט נאכדעם ווי די פרעסע האט באריכט אז די ברעקזיט געשפרעכן, וואס זענען אפגעהאלטן געווארן צווישן די בריטישע פרעמיער מיניסטארשע, טעריסא מעי, און די אייראפעאישע יוניאן פירער, איז פארהאנקערט געווארן. מעי זאגט אז ענגלאנד'ס צעשיידונג פונעם אייראפעאישן יוניאן פארבאנד, מאכט פארשריט, טראץ א דעקלעראציע פון די 27 אייראפעאישע יוניאן לענדער פירער, אז מען דארף נאך בעסער דורכשמועסן וויאזוי די צעשיידונג וועט פארקומען, איידער ענגלאנד קען רעדן פון די האנדלס באציאונגען און אנדערע באציאונגען צווישן איר און דעם פארבאנד.

בילד: ענגלאנד: ברעקזיט גשפרעכן גייען געשמירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל