אלבאני – אין א פריידיגער אנטוויקלונג, האט ניו יארק סטעיט גאווערנאר ענדרו קאומא געמאלדן, אז פריוואטע שולעס און דעי-קעיר צענטערן אין ניו יארק סטעיט, וואס נעמט אריין ישיבות און מוסדות התורה, וועלכע זענען אין א געפאר פאר העסליכע אטאקעס, קענען אריינגעבן ספעציעלע אפליקאציעס צו באקומען סטעיט פאנדן פאר זיכערהייט. גאווערנאר קאומא זאגט אז די סטעיט פארמאגט 25 מיליאן דאלאר פאר דעם "פארזיכערונג פון קאמיוניטיס קעגן האס פארברעכנס" פראגראם, וועלכע שטעלט צו פאנדן פאר אינסטיטוציעס צו פארמיידן אטאקעס צוליב זייער אידיאלאגיע און גלויבונגען. אין א סטעיטמענט ביים מעלדן די ספעציעלע געלטער, האט דער גאווערנאר געזאגט אז "די סטעיט האט "זערא טאלעראנץ" פאר די וואס ווילן אונז צעטיילן און די וואס האבן אונז פיינט, וואס מיט די אקציע וועט מען האבן א "זיכערע ניו יארק", ארויסברענגענדיג אז די געלטער ווערן צוגעשטעלט אלס א דירעקטע רעאקציע צו דער געפארפולער פארמערונג פון אנטיסעמיטישע אינצידענטן וואס מ'זעט אין די לעצטערע מאנאטן.

בילד: קאומא מעלדט זיכערהייט געלטער פאר מוסדות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל