וואשינגטאן – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן געזאגט אז רוסלאנד טוט פארשידענע זאכן וועלכע שטערן סיי וועלכע שאנס צו ברענגען די קאמוניסטישע צפון קארעא אונטער קאנטראל. טראמפ זאגט אז אין די לעצטע פאר וואכן האט די כינעזער רעגירונג אנגעהויבן גאר שטארק קאאפערירן און ארויסהעלפן די אמעריקאנער רעגירונג צו לייגן עקאנאמישע דרוק און אנדערע סארט דרוק אויף דעם צפון קארעא רעזשים, אז זיי זאלן זיין געצוואונגען אפצושטעלן זייערע נוקלעארע אקטיוויטעטן, אבער דערווייל העלפט רוסלאנד ארויס דעם ארטיגן רעזשים, און טראמפ זאגט אז ער וואלט זיך ווען געוואונטשן צו האבן גוטע באציאונגען מיט רוסלאנד, וואס דאן וואלט ער געקענט בעסער קאמיוניקירן מיט דער רוסישער רעגירונג און זיי ברענגען צום טיש, אויך צו זיין פון די קאאליציע וואס דרוקט צפון קארעא אויפצוגעבן נוקלעארע וואפנס.
הוסף רשומת תגובה