אין די לעצטיגע טעג, איז וואשיינליך ערשיינען א בראושור אין אייער פאסט-קעסטל, אין די ענגלישע שפראך, ווי עס ווערט מ'כלומרשט באוויזן אז וואקסינאציעס זענען נישט געזונט, אדער גאר שעדליך פאר אייערע קינדער. די גאנצע שונד-פאפיר איז באזירט אויף א לעכעריגע גוי'אשע ארטיקל וואס איז שוין היינט באוויסט אלס שאנדפול, און ווערט צוריקגעצויגן דורך אירע פארפאסער, ווי די שורות ווערן געשריבן.
עס איז דערפאר, וואס מיר האבן זיך אראפגעזעצט צו באשרייבן די פאסירונג איבער די ארטיקל, און וואס די וויסענשאפטליכע וועלט האט צו זאגן איבער איר, באגלייט מיט לינקס דירעקט צו די קאמענטארן פון די סייענס-טאטעס.
עס איז א גרויסע אומ-אחריות פון יחידים ארויסצושיקן אזעליכע פראפאגאנדע, וואס קען מאכען שאדן, נישט נאר פאר די אומגליקליכע קינדער פון די איגנאָראַנטע עלטערן, נאר אויך פאר נארמאלע קינדער וואס שפילן אדער זיצן צוזאמען אין חדר מיט די [עווענטואַלע-קראנקע] קינדער.
עס איז בכלל א גוטע וועג צו געדענקן אז די זעלבע דאקטאר שניתנו רשות לרפאות צו וועם איר גייט פאר א צובראכענע פיס, פארדינט סיי-ווען מער אייער צוטרוי איבער געזונט איבער א שיין-געדריקטע בלעטל מיט א האלבע נאמען אין די ענדע...
א קאָנטראָווערסיע האט אויפגעריסן איבער אַ וויסנשאפטליכע ארטיקל וואָס איז צוריקגעצויגען געווארן נאָכדעם וואס עס איז אטאקירט געווארן פאַר זייענדיק 'אַנטי-וואַקסין כמו-וויסנשאַפט' און געפונען צו אַנטהאַלטן מאַניפּעלירטע, פאַלשע אינפארמאציע, וואָס איז איצט מיסטעריעזיש אנטרינען.
די פאָרשונג, ארויסגעגעבן לעצטע מאנאט, שלאגט פאר אז אַלומינום וואס ליגט אין וואַקסין אַדזשאָוואַנטן קען אנמאכען בייאַלאַדזשיקאַל רעאקציעס אין מייז "ענדליך צו יענע אין אָוטיזם", אָבער עס האט נישט נעמען לאַנג פאַר וויסנשאפטליכע קאָמענטאַרן צו צולייגן די ארטיקל צו שטיקלעך.
"עס איז, אַזוי ווי פילע פריערדיגע שטודיעס, די פּייניקונג פון מייז אין די נאָמען פון אַנטי-וואַקסין כמו-וויסנשאַפט".
עטליכע אנדערע קאָמענטאַרן אין דער פאָרשונג קאמיוניטי האבן אויך געפונען חסרונות מיט דער פאָרשונג, באזונדער ארויסהייבענדיג די פאַרפּאַסערס ווי "אַנטי-וואַקסינאציע שווינדלער" און צושטעלענדיג זעץ-נאך-זעץ אפווענדונג.
אבער די גרעסטע פראסק האט די שטאדיע געכאפט ווען באנוצער אויף די וויסנשאַפטליכע וועבזייטל PubPeer האבן באמערקט עטליכע פעלער ווי די גראַפיקס און רעזולטאַטן פון די שטודיע זענען בכוונה מאַניפּעלירט, קאַפּירט און פּעיסטעד, און בכלל געפעלשט.
פאַר דזשאן דאַווסאָן, דער רעדאַקטאָר פון דער זשורנאַל פון אינאָרגאַניק ביאָכעמיע אין וועלכע די ארטיקל איז געווען געדריקט, איז דאָס געווען די לעצטע שטרוי, זאגענדיג פאר ריטראַקשאָן וואטש אַז די שטודיע "ווערט צוריקגעצויגען דורך די ארויסגעבער און דער רעדאַקטאָר".
אין א באזונדערע באַמערקונגען, האט איינער פון די הויפט פאַרפּאַסער פון דעם ארטיקל, קריסטאַפער שאָוה פון די אוניווערסיטעט פון בריטיש קאָלאָמביע אין קאַנאַדע, דערציילט דעם וועבזייטל אז עס איז געווען אַ מיסטעריע ווי די מאַניפּעלירטע אינפארמאציע האט זיך אריינגעריקט אין זייער שטודיע.
"אונזערע אייגענע אַנאַליז האט געוויזן אז עטליכע נומערן זענען געווארן ארומגעדרייט", האט ער געזאגט.
"מיר האבן געבעטן אַ צוריקציה ווייל מיר קענען נישט פאַרשטיין וויאזוי דאָס האט פאסירט. מיר גלייבן אז די אינפארמאציע איז געווען קאַמפּראַמיזירט".

"לויט אַפילו די מערסט-נאכגעביגע איבערטייטש, דער בעסטע וואָס קענען געזאָגט ווערן פאַר דעם שטודיע איז אַז עס קען ווייזן העכערע שטאפלען פון פּראָטעינס פארבונדן מיט אנצינדונג אין די מוח פון מייז וואס זענען געשטאכען געווארן מיט א אַלומינום אַדזשאָוואַנט היפש מער ווי מענטשליכע בעיבי זענען", האט געשריבן אָנקאָלאָגיסט דוד גאָרסקי פון וועין סטעיט אוניווערסיטעט אויף זיין בלאָג אין סייענסבלאָגס.
"עס איז, אַזוי ווי פילע פריערדיגע שטודיעס, די פּייניקונג פון מייז אין די נאָמען פון אַנטי-וואַקסין כמו-וויסנשאַפט".
עטליכע אנדערע קאָמענטאַרן אין דער פאָרשונג קאמיוניטי האבן אויך געפונען חסרונות מיט דער פאָרשונג, באזונדער ארויסהייבענדיג די פאַרפּאַסערס ווי "אַנטי-וואַקסינאציע שווינדלער" און צושטעלענדיג זעץ-נאך-זעץ אפווענדונג.
אבער די גרעסטע פראסק האט די שטאדיע געכאפט ווען באנוצער אויף די וויסנשאַפטליכע וועבזייטל PubPeer האבן באמערקט עטליכע פעלער ווי די גראַפיקס און רעזולטאַטן פון די שטודיע זענען בכוונה מאַניפּעלירט, קאַפּירט און פּעיסטעד, און בכלל געפעלשט.
פאַר דזשאן דאַווסאָן, דער רעדאַקטאָר פון דער זשורנאַל פון אינאָרגאַניק ביאָכעמיע אין וועלכע די ארטיקל איז געווען געדריקט, איז דאָס געווען די לעצטע שטרוי, זאגענדיג פאר ריטראַקשאָן וואטש אַז די שטודיע "ווערט צוריקגעצויגען דורך די ארויסגעבער און דער רעדאַקטאָר".
אין א באזונדערע באַמערקונגען, האט איינער פון די הויפט פאַרפּאַסער פון דעם ארטיקל, קריסטאַפער שאָוה פון די אוניווערסיטעט פון בריטיש קאָלאָמביע אין קאַנאַדע, דערציילט דעם וועבזייטל אז עס איז געווען אַ מיסטעריע ווי די מאַניפּעלירטע אינפארמאציע האט זיך אריינגעריקט אין זייער שטודיע.
"אונזערע אייגענע אַנאַליז האט געוויזן אז עטליכע נומערן זענען געווארן ארומגעדרייט", האט ער געזאגט.
"מיר האבן געבעטן אַ צוריקציה ווייל מיר קענען נישט פאַרשטיין וויאזוי דאָס האט פאסירט. מיר גלייבן אז די אינפארמאציע איז געווען קאַמפּראַמיזירט".
שאָוה ווידערהאלט אַז דער אָריגינעלע אינפארמאציע וואס ווערט גענוצט אין דער שטודיע, וואָס האט זיך אנגעהויבן שוין יאָרן צוריק, איז עוועטועל גענומען געווארן קיין כינע דורך די ערשטער ארויסגעבער פון די ארטיקל, און נען קען עס נישט גרינג אפירנעמען פאר באשטעטיגונג.
"דער ערשטער מחבר, דר. דען לי, לייקענט אז עפעס איז אומריכטיג, אָבער האט נישט צוגעשטעלט קיין אינפאָרמאַציע וועגן דעם אין כסדר'דיגע פראגעס פון אונז," הט ער דערקלערט צו בעטה מאָול אין אַרס טעכניקאַ.
"ווען איר קוקט ביי די סראט פון [דאַטע], אויסער אויב איר קוקט אויף זיי אונטער א זייער הויך ענערגיע און פארגרעסערונג ביז 20 מאל (וואָס קיין איינער טוט נישט!) וואָלט איר נישט געזעהן אַז עס איז עפּעס פארדרייט," האט ער דערציילט סי.בי.עס. ניוז.
עס איז אומקלאר ווי מיר בלייבן יעצט. דער ארטיקל האלט אינמיטן ווערן צוריקגעצויגן, אָבער אַפילו אויב די אָריגינאלע אינפארמיציע וועט אמאל אויפשווימען, באשטעטיקט שאָוה אז די באגלייבטקייט פון די שטודיע איז שוין צעשטערט.
הוסף רשומת תגובה