דורך יוסף דוד ד.

ס׳האט זיך אנגעפאגען פאר 7 יאר צריק, ווען חיים איז געפארן לערנען אין א ישיבה אין ארץ ישראל, און איך בין געבליבען לערנען אין א ישיבה אין מאנסי. אפאר טאג פאַרן פאָרן, זאגט מיר חיים אז ער וויל בארגען פין מיר א שיינעם סכום געלד, נו! פאר אזא טייערע חבר טראכט מען נישט קיין צוויי מען נעמט ארויס פונעם בערזל אין מען גיבט אים...

די נומער איז געווען $2,500, ממש אומבאשרייבלעך אז א חבר זאל בארגען אזא שיינעם סכום. די פלאן איז געווען אז ווען חיים וועט צריק קומען, וועט ער דאס באצאלן.

דריי חדשים זענען פארביי, און ״מזל טוב״ חיים איז א חתן צי איינעם אין ארץ ישראל. איך האב אנגעהויבן טראכטן וואס גייט דא זיין? חיים וועט אהיימקומען איך וועל נאך זיין אין ישיבה, ווען איך וועל אהיים גיין וועט ער שוין צריק גיין. וואס וועט זיין מיט מיין געלד.

ביז איך האב באקומען די ידיעה אז חיים איז שוין געווען אינדערהיים, איז ער שוין געפארן קיין ארץ ישראל צו זיין דארט און חתנה האבן.

איך בין געווארן זייער אויפגערעקט. וואס איז דאס? וואס וועט זיין מיט מיין געלד? איך וועל דאס מער קיינמאל נישט זען! איך האב מער גארנישט מיט חיים, דער גנב! איך קען אים מער נישט, און איך האף אז ער קען מיר אויך מער נישט, און שלום על ישראל.

דער אויבערשטער האט געהאלפן, ס׳האט נישט לאנג געדויערט און איך בין אויך א חתן געווארן. געבליבן וואוינען אין וויליאמסבורג. מיט אפאר וואכן צוריק, א׳ סליחות, זעה איך א מעסעדזש פון א פרעמדע נומער, א אויסלענדישע
נומער, איך זעה א וואויסנאויט. איך עפן די טשעט, און איך הער דאס איבער, איינמאל און נאכאמאל. איך הער גוט?? איך הער ווי א היפש-באקאנטע קול רעדט צו מיר, און זאגט מיר:
גוט מארגען, יוסי. איך זיך שוין א וועג דיר צו קאנטעקטן 7 יאר. איך האב פאר דיר דיין געלד. איך האף אז דו ביזט מיר מוחל פארן שלעפן מיט דיר אזוי לאנג. איך האב פשוט נישט געהאט קיין קאנטעקט אינפארמאציע פון דיר. יעצט האב איך באמערקט אויף א גרופ אז דו האסט דארט געשיקט א וואויסנאויט, האב איך געהערט א היימישע קול, האב איך געקוקט אויף דיין פראפייל, און ס׳האט מיר גענומען א מינוט, און געזעהן, יא! ס׳איז דו! האב איך גלייך דיר געמעסעטשט פריוואט.
און זאלסט וויסען אז איך גיי אי״ה זיין אויף סוכות אין קרית יואל, און אויף שמחת תורה אין וויליאמסבורג. וויל איך וויסען ווי איך קען דיר טרעפן?

איך האב אים געזאגט אז איך האב די זעלבע סקעדזשול.

האמיר אפגעשמועסט אז ערב סוכות 4:00 אזייגער אין גרויסן בית המדריש אונטן ביי די מקוה. און אזוי איז ב״ה געווען.

טרייכט אריין: מיין חבר, איך האב אים שוין נישט געוואלט קענען פאר 6 אהאלב יאר. געווען זיכער אז ער איז א פשוט'ער עקעלהאפטיגע גנב. צום סוף, וואס שטעלט זיך ארויס?

אהבת שלום, אלעס נאר אין די זכות פון א כשר׳ע סמארטפאון!

בילד: די גרויסקייט פונעם כשר׳ע סמארטפאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל