אנליין ריטעיל סעילס אין אמעריקע וועט איבערגיין די סימבאלישע סומע פון איבער א טריאליאן דאלער ביז צום יאר 2027 לויט די שטודיע פון א פרעסטידשפולע ביזנעס פארש גרופע, א וואוקס פון איבער טאפלט פון די געשאצטע היינטיגע 445 ביליאן דאלער יערליך. לויט די שטודיע וועט אנליין ריטעיל סעילס שטייגן ביי א ראטע פון ארום 12 פערצענט יערליך ביז 2020 און דאן מיט ארום 9 פערצענט ביז 2027 ווען עס וועט אריבערגיין א ביליאן דאלער. די שטודיע איז באזירט אויף די ביז יעצטיגע טרענד אין די מארקעטס און נעמט אין באטראכט נייע טעכנאלאגיע וואס מאכט עס גרינגער צו איינקויפן און אזוי אויך די פאקט אז דעליווערי וועט דראמאטישע פארשנעלערט ווערן דורך די באנוץ פון דראונס. די גרעסטע אנליין ריטעיל פארקויפער אין אמעריקע איז עמעזאן וואס האט דאס יאר געהאט ארום 34 פערצענט פון אלע אנליין סעילס, און לויט די שטודיע וועט איר טייל וואקסן צו ארום 54 פערצענט.

בילד: אנליין סעילס אין אמעריקע וועט גרייכן איבער א טריליאן דאלער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל