די אידישע היסטאריע מוזעאום און די האלאקאוסט צענטער אין פראג האבן אונטערגענומען א אייגנארטיגע פראיעקט צו פאראייביגן די קרבנות וועלכע זענען אוועקגעפריט געווארן צו זייער טויט און די טשעכישע אידן וועלכע זענען אומגעקומען דורכאויס די שוידערליכע חורבן וואס האט באטראפן יהדות אייראפע. 

די פארוואלטונג פון די מוזעאום וועלכע האט אין איר באזיץ דעם ״פינקעס שול״ די עלטסטע אידישע שול אין פראג, און אינעווייניג אויף די ווענט זענען פארצייכנט די נעמען פון אלע 80,000 אידן וועלכע זענען אומגעקומען אין טשעכיע, און אצינד האבן זיי דורך פראדשעקטאס אונטערגענומען א פראיעקט אז די פנים׳ער פון אומגעקומענע, דערווייל האבן זיי ארויסגעלייגט בלויז א טייל און זיי האפן צו קענען האבן א זאמלונג פון טויזנטער פנים׳ער וועלכע זאלן געזען ווערן די גאנצע צייט אויף די ווענט פון די שול. די מוזעאום זאגט אז די אונטערנעמונג איז זייער שיין אויפגענומען געווארן און הונדערטער מענטשן האבן אויסגעדריקט צופרידנהייט פון די אייגנגארטיגע וועג צו געדענקן די קדושים המושלכים באש.

בילד: אייגנארטיגע פראיעקט צו פאראייביגן שואה קרבנות אין פראג

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל