פינף מענטשן זענען געהרגעט געווארן און זעקס אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן אין דעם עקסידענט, לויט די אויבערפלעכליכע אינפארמאציע פון די לאקאלע פּאָליציי.

א לעקסוס עס.יו.ווי. האט אריינגעשמעטערט אין אַ מאַסע פון מענטשן אין דער צענטער פון כאַרקעוו, אוקריינא, לויט די באריכט דורך די לאקאלע געזעץ ענפארסמענט. פינף מענטשן זענען געהרגעט געווארן און זעקס זענען פארוואונדעט געווארן אין דעם עקסידענט, וואָס האט פאסירט אויף די סומסקאיי גאס.

לויט די אוקריינישע אינערן מיניסטאר, איז די עס-יו-ווי געווארפן געווארן אויף די פוסגייער נאכן זיך צונויפשטויס מיט אן אנדערע קאר. אַנטאָן הערשטשענקאָ, אַ עצה-געבער פאר די אינערן מיניסטאר, האט געזאגט אז די לעקסוס האט אריינגעזעצט מיט א שנעלקייט אין אַ וואָלקסוועגאן נאָך דורכפארן אַ רויט-ליכט, און איז געווארן איבערגעדרייט אין די גאַס ווי צענדליגע פון מענטשן זענען געגאנגען. די לעקסוס פירער איז געווארן ארעסטירט אויף די סצענע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל