אויסער די אלגעמיינע בענעפיטן און וויכטיגקייט צו האבן א גוטע בעקאפ סיסטעם אויפ'ן קאמפיוטער, איז עס נאך פיל וויכטיגער ווען עס קומט זיך צו שיצן פון העקערס.
עס זענען פאראן פילע ערליי וועגן וויאזוי העקערס פרובירן צו אטאקירן קאמפיוטערס. עס לויפט פון "פישינג-אטאקעס" וואס באדייט אז די העקערס שיקן אן אימעיל וכד' און מאכן דעם באנוצער אריינלייגן פערזענליכע אינפארמאציע וואס זיי נוצן דערנאך פאר זייערע צוועקן, ביז וויירוסן, ווארעמס, א.א.וו. איינס פון די ערסט-געפארפולסטע אטאקעס ווערט ע"פ רוב גערופן RANSOMWARE , דאס באדייט אז דער העקער טוט "ענקריפטן" וויכטיגע פיילס\דאקומענטן פון אייער קאמפיוטער, אדער אין עקסטרעמע פעלער דעם גאנצן קאמפיוטער, און ער האלט פאר'משכון'ט אייערע פיילס ווילאנג איר באצאלט נישט א גרויסע סומע אויסלייז געלט.
RANSOMWARE איז לעצטנס זייער א פאפולערע מיטל פון העקערס, וויבאלד איינמאל זיי באווייזן צו פארכאפן אייער קאמפיוטער איז דא זייער ווייניג וואס מען קען טון עס צו ראטעווען, און דעריבער האט מען פון דעם די מערסטע מורא. זיי פארלאנגען אז אויב מען וויל אז זיי זאלן צוריק עפענען די פיילס, זאל מען באצאלן דורך געברענגט דורך "ביטקוינס", וואס איז אינטערנעט-געלט וואס מען קען נישט נאכגיין וואו עס קומט אן.
נאך א ווערסיע דערפון רופט זיך crypto וואס איז סתם רשעות לשם רשעות, אנצוזייען כאאס, און איז לעצטנס געווען אין די נייעס צוליב א ריזיגע אטאקע פון העקערס וואס האט באטראפן גאר אסאך מענטשן וועלכע האבן נאך די אלטע ווערסיעס פון ווינדאויס, ווייל די נייע זענען שוין געווען אויסגעשטאט מיט פארזיכערונג סיסטעמען קעגן דעם.
וויאזוי קען מען זיך באשיצן פון אזא אטאקע?
קודם דארף מען פרובירן אז מען זאל נישט אינפעקטירט ווערן אינעם ערשטן פלאץ. מען זאל האבן שטארקע פעסווארדס אויפ'ן קאמפיוטער און טיעם-וויוער. זיכער מאכן צו האבן שטארקע אנטי-ווירוס פראגראמען, וועלכע האלטן אן אויג אויפ'ן יעדן חשדות'דיגן זאך אינעם קאמפיוטער. מען קען קיינמאל נישט זיין הונדערט פראצענט פארזיכערט, אבער ווי שווערער עס איז אריינצוקומען אין אייער קאמפיוטער, וועט דער העקער זוכן גרינגערע קרבנות, ווייל עס איז דא מער ווי גענוג מענטשן וועלכע היטן זיך נישט, און עס איז גרינג אנצוקומען צו זייער קאמפיוטער.
אויב זענט איר שוין געפאלן א קרבן צו אזא העקער, דאן איז די איינציגסטע וועג צו ראטעווען אייער פיילס בלויז אויב איר האט געהאט א שטארקן "בעקאפ" סיסטעם, וואו אלע פיילס זענען געסעיווט געווארן, און איר קענט אויסמעקן אייער גאנצע קאמפיוטער און צוריקברענגען אלע פיילס פון בעקאפ. דער בעקאפ סיסטעם דארף זיין אויפגעסעט גאר שטארק, צו פארזיכערן אז דער העקער קומט נישט אן אהין, ווי למשל אויב סעיווט איר די בעקאפ-פעסווארד אויף אייער קאמפיוטער, קען עס דער העקער טרעפן.
אלזא, רעדט זיך דורך מיט אייער טעקנישאן צו אייער בעקאפ איז גענוג שטארק זיך צו קעגנשטעלן אזעלכע אטאקעס, אדער איר דארפט א מער פארגעשריטענעם.

הוסף רשומת תגובה