אז איר שפאצירט אריין אין א שיך-געשעפט וועט איר זיך באגעגענען מיט פילע פאליצעס מיט שיך פון א גאנצע רייע פון פירמעס. א געווענליכע שיך-געשעפט וועט נישט פארקויפן בלויז "עקאוי" שיך, טראצדעם וואס עס הייסט די בעסטע שיך, ווייל עס איז נישט געמאכט פאר יעדן. עס זענען פאראן מענטשן וואס פאר זייער פוס\טייסטער\באקוועמליכקייט איז מער צוגעפאסט "ראקפארט" אדער SOS וכד'.

דעם זעלבן חשבון דארף מען מאכן ביים קויפן לייף אינשורענס. נאכדעם וואס איר ווייסט וואס אייער ציל איז און וואס איר ווילט דערגרייכן – ווי מיר האבן אויסגעשמועסט פאריגע וואך – דארפט איר זיך יעצט ארויסלאזן אויפ'ן מארקעט און באזוכן די פארשידענע לייף אינשורענס פירמעס, צו זעהן ווער עס האט דעם ריכטיגן פראדוקט וואס וועט סערווירן אייער געברויך. אז איר גייט בלויז צו איין פירמע, זענט איר מיט געבינדענע הענט, ווייל איר קענט בלויז נעמען פון די אויסוואל וואס זיי שטעלן פאר. עס קען זיין מעגליך אז די פירמע איז די בעסטע לייף-אינשורענס-פירמע און פאר א גרויס טייל מענטשן האבן זיי די בעסטע פראדוקטן, אבער אייער ספעציפישן געברויך קומט עס נישט נאך אויפ'ן שטערקסטן אופן.

יעדע לייף אינשורענס פאליסי דארף זיין "קאסטום דעזיינט" ספעציעל פאר יעדן קליענט באזונדער, געוואנדן לויט זיין געברויך און ציל. איינער זוכט צו האבן מער קעש-וועליו ווי איידער דעם דעט-בענעפיט, אן אנדערער דארף א גוטע סעיווינגס-אקאונט, און יעדע פירמע האט אירע אייגענע גדרים וויאזוי מען קען זיך אלס ארומשפילן מיט די פאליסיס, און דעריבער דארף מען טרעפן וועלכע פירמע קומט נאך אייער געברויך.

בילדף אויסוועלן פאסיגע פירמע פאר לייף-אינשורענס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל