זיכערהייט עקספערטן האבן געשטעלט ערנסטע פראגעס איבער די רעאקציע פון די לאס וועגאס פאליציי צו די שיסעריי ביים מאנדאלא בעי האטעל, וואו 58 זענען אומגעקומען. די פראגעס קומען נאכדעם וואס די פאליציי האבן געזאגט אז דער שיסער סטיווען פעדאק האט געשאסן א האטעל סעקיוריטי וועכטער גאנצע זעקס מינוט בעפאר ער האט אנגעהויבן די שיסעריי אויף די פארזאמלטע פארנט פונעם האטעל.

די פאליציי זענען ערשט אנגעקומען צום מאנדאלא בעי האטעל נאכדעם וואס פעדאק האט שוין אנגעהויבן זיין שיסעריי אויף די מאסן, טראץ וואס די האטעל באאמטע האבן געהאט אלארמירט די פאליציי גלייך אין די סעקונדעס נאכדעם וואס פעדאק האט געשאסן דעם סעקיוריטי וועכטער. די באאמטע זאגן דעריבער אז עס איז שטארק מעגליך אז אויב די פאליציי וואלטן אנגעקומען שנעלער, וואלטן זיי געקענט אראפהאלטן פעדאק נאך איידער ער איז אפילו אריין אין זיין צימער אויפן 32'סטן שטאק און אנגעהויבן די שיסעריי.

בילד: פראגעס איבער פאליציי רעאקציע צו די לאס וועגאס מאסן-שיסעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל