צוויי הויכראנגיקע נעווי אפיצירן זענען באזייטיגט געווארן פון זייערע הויכע פאזיציעס, אלס שטראפן פאר דעם צוזאמשטויס וואס האט פאסירט מיט דער "יו עס עס דזשאן מעקעין" נעווי שיף. דער צוזאמשטויס פונעם מעקעין שיף מיט אן אויל טאנקער, האט פאסירט אין וואסער אין דרום-מזרח אזיע מיט צוויי חדשים צוריק, וואו צען אמעריקאנער נעווי זעלנער זענען אומגעקומען און פינף זענען פארוואונדעט געווארן. די נעווי האט געזאגט אז זייער אויספארשונג צייגט אז דער צוזאמשטויס וואלט געקענט פארמיטן ווערן, אויב וואלטן די קאפיטאנען און אנדערע הויפט אפיצירן אויפ'ן שיף געווען מער פארזיכטיג.

בילד: צוויי הויכראנגיקע נעווי אפיצירן באזייטיגט פון "דזשאן מעקעין" נעווי שיף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל