אויטאריטעטן אין פארטא ריקא זאגן אז די צאל אומגעקומענע אלס רעזולטאט פון האריקעין מאריא, איז געשטיגן צו 48, העכער ווי די 39 וואס זענען באריכטעט געווען אין די ערשטע טעג באלד נאכ'ן האריקעין. די אויטאריטעטן זאגן אז די העכערונג אינעם ציפער קומט צוליב וואס מענטשן זענען אומגעקומען נאכ'ן ווערן אנגעשטעקט מיט אינפעקציעס און אנדערע וויירוסעס וואס ווערן פארשפרייט אלס רעזולטאט פון דעם מאנגל אין מעדיצין און אנדערע הומאניטערישע געברויכן. די טראמפ אדמיניסטראציע זאגט אז זי ארבעט מיט קאנגרעס צו באשטעטיגן ווייטערדיגע הילפס געלטער.

בילד: פארטא ריקא פאטאליטעטן געשטיגן צו 48

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל