ארום דרייסיג ווייסע נאציאנאליסטן האבן זיך פריש באוויזן אין שארלאטסוויל, ווירדזשיניע, וואו זיי האבן מארשירט מיט פאקלען ביי דער סטאטוע פונעם קאנפעדערעט גענעראל ראבערט אי לי, פארלאפענעם שבת חוה"מ. דער פרישער מארש איז געקומען ווייניגער ווי צוויי חדשים נאכדעם וואס הונדערטער ווייסע נאציאנאליסטן האבן זיך אראפגעלאזט קיין שארלאטסוויל פאר פראטעסטן און מארשן, וואס האט זיך געענדיגט מיט געשלעגן און א קאר אטאקע, פון וועלכע א פרוי איז אומגעקומען. דער יעצטיגער מארש איז געווען א פיל קלענערע און עס זענען אנגעקומען בלויז דרייסיג פארשוינען, וועלכע האבן מארשירט מיט פאקלען און געשריגן "מיר וועלן זיין צוריק".

בילד: ווייסע נאציאנאליסטן אין שארלאטסוויל: מיר וועלן זיין צוריק!

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל