אין לויף פון די לעצטע פּאר טעג, האט זיך פרעזידענט טראמפ געטראפן אין א פאליטישן ווערטער-געפעכט מיט'ן מאכטפולן רעפובליקאנער סענאטאר באב קארקער, וועלכער האט געמאלדן עטליכע וואכן צוריק אז ער וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג. דער געפעכט האט זיך אנגעהויבן ווען טראמפ האט געשריבן א מעסעדזש אויף טוויטער אז קארקער איז א שוואכלינג פאר'ן נישט לויפן פאר ווידערוויילונג, און אז ער לויפט נישט, ווייל טראמפ וויל אים נישט אינדארסירן.

קארקער האט צוריקגעענטפערט אז ס'איז א רחמנות צו זען וויאזוי דאס ווייסע הויז איז געווארן א "קינדער דעי קעיר צענטער פאר ערוואקסענע". דער ווערטער-אויסטויש האט אזוי אנגעהאלטן עטליכע טעג.

בילד: טראמפ פירט טוויטער-קריג מיט באב קארקער

טוויטס: טראמפ פירט טוויטער-קריג מיט באב קארקער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל