פוילן – פאליציי אין מערב פוילן זאגן אז זיי האבן געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין צי א היסטארישער בית החיים איז געשעדיגט געווארן, נאכדעם וואס ארבעטער האבן אנטדעקט מענטשליכע איבערבלייבענישן און מציבות ביי א דערנעבנדיגער קאנסטרוקציע זאנע. אננע דייזשאס, פון דער פאליציי דעפארטמענט אין מוזשאי, דאס באקאנטע פוילישע שטעטל וואו עס האט עקזיסטירט א שיינע אידישע קהילה בעפאר'ן קריג, זאגט אז דער בית החיים שטייט שוין צוויי הונדערט יאר, און עטליכע ארבעטער ביי א קאנסטרוקציע פראיעקט נעבן דעם בית החיים האבן געטראפן די אויבנדערמאנטע איבערבלייבענישן און מציבות, ווילן זיי דערגיין צי דאס איז אויפגעגראבן געווארן דורך וואנדאליזירער, אדער איז עס אפירגעגראבן געווארן צוליב דער אנגייענדיגער קאנסטרוקציע, טראץ וואס דאס ארט וואו די קאנסטרוקציע ווערט דורכגעפירט איז אפיציעל נישט טייל פונעם בית החיים.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל