איראק – דער גענעראל וועלכער פירט די אמעריקאנער קרעפטן קעגן אייסיס אין סיריע און איראק, זאגט אז ער גלייבט אז דער אייסיס פירער, אבו באקאר על באגדאדי, לעבט נאך. גענעראל סטיוו טאונסענד זאגט אז לויט שפיאנאזש אינפארמאציע וואס אמעריקע פארמאגט, לעבט נאך על באגדאדי, און אמעריקע האט נישט אויפגעגעבן זוכן נאך אים. גענעראל טאונסענד זאגט אז על באגדאדי געפינט זיך שוין נישט אין ראקא, סיריע און אויך נישט אין טאל אפאר, איראק, און דערווייל איז נישט זיכער וואו ער איז. די ווערטער פונעם אמעריקאנער גענעראל קומען נאכדעם וואס אין די לעצטע מאנאטן זענען געווען פילע באריכטן און שמועות אז על באגדאדי לעבט מער נישט, אריינגערעכנט דאס וואס רוסלאנד האט אנהייב יאר 17׳ געמאלדן אז זיי האבן אים מעגליך אומגעברענגט – הגם זיי האבן שפעטער צוריקגעצויגן דערפון.

בילד: קאמאנדיר: אייסיס פירער על באגדאדי לעבט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל