טעהראן – די יו-ען ״יומען רייטס״ באאמטע האבן נעכטן שטארק קריטיקירט די איראנער רעגירונג איבער א גרופע ארעסטאנטן וועלכע האבן אונטערגענומען א הונגער סטרייק, זיצנדיג אין א מאקסימום-זיכערהייט טורמע. די 53 ארעסטאנטן האבן דערקלערט דעם הונגער סטרייק מיט עטליכע טעג צוריק, נאכדעם וואס זיי זענען טראנספערירט געווארן פון פשוט׳ע טורמעס צו איינס פון די ברוטאלסטע און הארבסטע טורמעס אין איראן. ווי אקטיוויסטן און אדוואקאטן פון די 53 זאגן, איז דער טראנספער צוליב פאליטישע חשבונות, היות די ארעסטאנטן זענען אנטי-רעגירונג. צווישן די 53 ארעסטאנטן זענען אויך פארהאן א גרויסע פראצענט וואס באלאנגען צו דעם ״באהי״ מוסולמענישן גלויבן, אין וועלכע 300,000 איראנער גלייבן, אבער די איראנער רעגירונג באטראכט דעם באהישן גלויבן אלס א פארראט און אלס אומלעגאל.
הוסף רשומת תגובה