וואשינגטאן – די אנגייענדיגע רוגזה צווישן רוסלאנד און אמעריקע האט נעכטן דערגרייכט צו א פרישן שטאפל, ווען די אמעריקאנער רעגירונג האט געשיקט א פארלאנג צו דער רוסישע רעגירונג אז זיי מוזן אפשפארן זייער קאנסולאט אין סאן פראנציסקא, קאליפארניע, און באזונדער צוויי דיפלאמאטישע געביידעס אין וואשינגטאן די-סי און אין ניו יארק. דער אמעריקאנער סטעיט דעפארטמענט זאגט אז דאס איז אין דירעקטער רעאקציע צו דעם וואס רוסלאנד האט מיט א מאנאט צוריק ארויסגעווארפן מער ווי זיבן הונדערט אמעריקאנער דיפלאמאטן פון רוסלאנד – וואס יענע רוסישע שריט איז געווען א נקמה צו אמעריקע'ס נייע שארפע סאנקציעס קעגן איר. דערווייל זעט נישט אז אויס די נקמה שריט אהין און צוריק גייען זיך ענדיגן אין דער נאענטער צוקונפט, און דער רוסישער אויסערן מיניסטער, סערגעי לעווראוו, האט אין א סטעיטמענט נעכטן געזאגט אז ס'איז א שאד וואס אמעריקע שטעלט נישט אפ דעם "געים" און טוט נישט גארנישט צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט.

בילד: רוסישע קאנסולאטן אין אמעריקע אפגעשפארט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל