טעקסאס - נעכטן האט די שווער-באטראפענע סטעיט טעקסאס אנגעהויבן דעם לאנגן וועג פון ערהוילונג, נאכדעם וואס דער היסטארישער און מאנסטערישער האריקעין ״הארווי״ האט זיך ענדליך גענצליך אפגעטאן פונעם ראיאן.

אין דער זעלבע צייט האבן וועטער היסטאריקער געזאגט, אז ווען מען נעמט אריין די פאקטארן פון וויפיל רעגן עס איז געפאלן, וויפיל טעג דער האריקעין איז פארבליבן אויף טרוקעניש און וויפיל שאדנס עס האט געברענגט, איז דאס געווען אן ״איינס אין טויזנט יאר״ האריקעין.

אויך האט דער וויצע פרעזידענט פענס אפגעשטאט נעכטן א באזוך אין טעקסאס, אין איינע פון די געגנטער וועלכע זענען דאס שווערסטע באטראפן געווארן פון הארווי, געהערט דארט באריכטן פון לאקאלע אויטאריטעטן, גערעדט צו געליטענע און צוגעלייגט א האנט מיט דער אויפרייניגונג ארבעט. פענס׳ באזוך איז געקומען אויף דער ביטע פון פרעזידענט טראמפ, וועלכער האט פערזענליך באזוכט טעקסאס דינסטאג און האט פארשפראכן מאקסימום הילף.

אן ערשטע אויבערפלעכליכע שאצונג פון דער פעדעראלער רעגירונג, האט געצייגט אז ארום הונדערט טויזנט הייזער זענען פארניכטעט אדער טיילווייז געשעדיגט געווארן אלס רעזולטאט פון הארווי, און דער ציפער אומגעקומענע איז געשטיגן נעכטן צו 38. רעטונגס באאמטע האבן געזאגט אז זיי הייבן יעצט אן די ארבעט פון דורכגיין יעדעס איינציגע הויז, אפילו נישט צו טרעפן געשטראנדעטע, נאר אויך אפירצוגעפונען קערפער פון אזעלכע וואס האבן נישט איבערגעלעבט, און דעריבער דערווארט מען אז דער ציפער פאטאליטעטן וועט דראסטיש שטייגן.

באזונדער האט נעכטן פאסירט א סעריע אויפרייסן ביי א כעמישער פאבריק אין קראסבי, טעקסאס, אינדרויסן פון יוסטאן, און א שווערער כעמישער גערוך איז פארשפרייט געווארן מיילן ארום, ברענגענדיג אז צענדליגער רעטונגס באאמטע זאלן דארפן צוקומען צו באהאנדלונגען אין שפיטאל, און פאראליזירנדיג די רעטונגס ארבעט. ווי די פירער פון דער כעמישער פאבריק זאגן, האט די פאבריק געליטן שווערע שאדנס פונעם האריקעין, קען מען דעריבער דערווארטן נאך מער אויפרייסן אין די קומענדיגע טעג.

בילד: טעקסאס הייבט אן לאנגן וועג צו ערהוילונג פון היסטארישן האריקעין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל