חיפה – אכציג יאר נאכדעם וואס ער איז געווארן דרייצן יאר אלט און איז בפועל אריין לעול התורה והמצוות, האט דער 93 יעריגער שלום שטאמבערג, א מלחמה איבערלעבער, געהאט די זכי' אפצורעכטן א רייכע שיינע סעודת בר מצוה נעכטן דאנערשטאג אין חיפה, ארץ ישראל, מיט דער באטייליגונג פון זיין פאמיליע און נאענטע פריינט. שלום איז געבוירן אין ווארשא, פוילן, און האט פארפעלט אפצורעכטן א סעודת בר מצוה, וויבאלד ער און זיין פאמיליע האבן זיך דאן געפונען איינגעשפארט אין ווארשעווער געטא דורך די נאציס. ער האט שוין ביי עטליכע געלעגנהייטן דערציילט איבער זיינע מיטמאכענישן ביים קריג, ארויסברענגענדיג ווי אלס קינד האט ער געהאט א שטארקע נייגונג צו מעכאנישע געצייג און עלעקטעריק, וואס דאס האט אים געמאכט אלס א שטארקער ווערדפולער פערזאן פאר די נאציס, וועלכע האבן אין לויף פון קריג אים גענוצט אלס ארבעטער און זיין לעבן איז דורכדעם געווארן אפגעשוינט. נעכטן ביי דער בר מצוה האט מען אים געשאנקען א נייעם טלית און ער האט עולה געווען לתורה.

בילד: בר מצוה פאר מלחמה איבערלעבער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל