וואשינגטאן - א הויכראנגיקער באאמטער אינערהאלב דער פעדעראלער ענערגיע דעפארטמענט, וועמען טראמפ האט נאמינירט, האט רעזיגנירט פון זיין אמט, נאכדעם וואס העסליכע פיינטליכע קאמענטארן זענען אפירגעקומען פון וואס ער האט געשריבן קעגן באראק אבאמא. וויליאם ברעדפארד איז געשטעלט געווארן דורך טראמפ צו דער ענערגיע דעפארטמענט, און נאכדעם וואס די קאמענטארן וואס ער האט געשריבן אנליין קעגן אבאמא זענען אפירגעקומען, האט ער זיך פארענטפערט און געזאגט אז ער האט עס נישט געשריבן, נאר זיין אקאונט איז געהעקט געווארן. למעשה האט ער רעזיגנירט נאך דרוק, און עטליכע דעמאקראטישע סענאטארן האבן גערופן די עף-בי-איי אויסצופארשן צי ברעדפארד איז טאקע געהעקט געווארן. ברעדפארד האט שוין געהאט נאך א קאנטראווערסיע, ווען אין יאר 15׳ האט ער רעזיגנירט פון אמט אלס פראפעסאר אין וועסט פוינט, נאכדעם וואס ער האט געזאגט אז אמעריקע זאל באמבארדירן מעטשעטן אלס טייל פונעם קאמף קעגן טעראר.

בילד: טראמפ ענערגיע באאמטער רעזיגנירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל