וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט אז א געוועזענער רוסישער מיליטערישער אפיציר האט אויפגעטרעטן פארנט פון א פעדעראלע גרענד דזשורי וואס ווערט געפירט דורך ראבערט מוללער, דער ספעציעלער פראקוראר וועלכער פארשט די מעגליכע קאאפעראציע צווישן דעם טראמפ קאמפיין און די רוסישע רעגירונג. דער רוס איז איינער ביים נאמען רינאט אכמעטשין (Rinat Akhmetshin), וועלכער איז איינער פון די פיגורן וואס האבן אנטיילגענומען ביי דער קאנטראווערסיאלער זיצונג וואס איז פארגעקומען פאראיאר יוני אין ״טראמפ טאוער״, צווישן טראמפ׳ס זוהן דאנעלד דזשוניאר און א רוסישע לאיערקע נאטאלי וועסעלניטסקאיא. אין אנדערע רוסלאנד אויספארשונג נייעס, האט מען געהערט אז מוללער ארבעט צו ברענגען קלאגעס קעגן עטליכע טראמפ פיגורן אויף א סטעיט געריכט שטאפל, וואס אויף סטעיט קלאגעס ארבעט נישט קיין פרעזידענטליכער פארדאן, און מוללער וויל דערמיט שיקן א מעסעדזש פאר טראמפ אז ער וועט זיך נישט קענען ארויסדרייען מיט פארדאנירן.

בילד: מוללער פארהערט רוסישער לאביאיסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל