וואשינגטאן – קאנגרעסיאנאלע באאמטע זאגן אז קאנגרעס וועט קומענדיגע וואך מיטוואך דורכפירן א ספעציעלע אפשטימונג אויף א ביל וואס וועט פיל פארגרינגערן און פארשנעלערן די אנטוויקלונג פון זעלבסט-דרייוונדיגע אויטאס. דער ביל, וועלכע איז שוין אין יולי באשטעטיגט געווארן דורך א קליינע קאנגרעס קאימטע, וועט ערלויבן קאר פירמעס צו באקומען ספעציעלע פערמיטן ארויסצולאזן אויף די גאסן ביז א מאקסימום פון 25 טויזנט זעלבסט-דרייוונדיגע אויטאס אויפאמאל, און די אויטאס וועלן נישט דארפן נאכקומען אלע עקזיסטירנדע אויטא סעיפטי רעגולאציעס, וויבאלד זיי זענען בלויז פאר טעסטן. דער ביל איז א רעזולטאט פון דעם וואס פילע טעכנאלאגיע פירמעס האבן זיך באקלאגט אז א מערהייט סטעיטס בלאקירן זייערע טעסטן אויף זעלבסט-דרייוונדיגע אויטאס, און זיי קענען נאר פארבעסערן די זיכערהייט און פונקציעס פון די פארגעשריטענע אויטאס, אויב פירן זיי דורך טעסטן אויף פובליק שאסייען.

בילד: קאנגרעס וועט שטימען איבער זעלבסט-דרייוונדע קארס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל