ניו יארק – די "וועלס פארגא" באנק זאגט אז די צאל פאלשע באנק אקאונטס וואס אירע ארבעטער האבן געעפנט אין די לעצטערע יארן, איז פיל מער ווי ביז יעצט געקלערט, און אלעס אינאיינעם זענען געעפנט געווארן פאלשע אקאונטס אויף די נעמען פון 3.5 מיליאן קאסטומערס. דער סקאנדאל האט זיך אנטוויקלט מיט א יאר צוריק, ווען עס איז אויפגעדעקט געווארן אז די באנק ארבעטער האבן כסדר געשאפן פאלשע באנק אקאונטס און קרעדיט קארד אקאונטס, נוצנדיג די נעמען פון עקזיסטירנדיגע באנק קאסטומערס, און שיקנדיג בילס פון "אווערדרעפט" און קרעדיט קארד "אינטערעסט" פאר די אומשולדיגע אומוויסנדע קאסטומערס. די ארבעטער האבן דאס געטאן וויבאלד זיי האבן געהאט א פרעשור פון די באנק פירערשאפט אנצוקומען צו די פארלאנגטע ציפערן פון וויפיל נייע אקאונטס זיי האבן געדארפט אריינברענגען, און וויפיל געלט זיי האבן געדארפט זיכער מאכן אז די באנק פארדינט. "וועלס פארגא" איז פאראיאר איינגעגאנגען אויף אן אפמאך מיט דער פעדעראלער רעגירונג צו באצאלן 190 מיליאן דאלאר שטראף געלט, און יעצט וועט מעגליך די שטראף געלט סומע שטייגן.

בילד: וועלס פארגא סקאנדאל, פיל ערגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל