וואשינגטאן – די פעדעראלע רעגירונג האט אונטערגענומען פארשידענע שריט, צו פארזיכערן אז עס ווערט נישט געשאפן קיין מאנגל אין גאזאלין אלס רעזולטאט פון האריקעין הארווי. ערשטנס האט די רעגירונג געעפנט א רעזערוו זאפאס פון איין מיליאן פעסלעך גאזאלין, וואס דער רעזערוו איז ספעציעל געמאכט פאר אזעלכע אומשטענדן. טראץ וואס עס איז מינימאל קעגן דעם פארלאנג פון צוואנציג מיליאן פעסלעך וואס ווערן פארנוצט טעגליך אין אמעריקע, איז עס פארט עפעס. צווייטנס האט די פעדעראלע ענווייראמענטאלע פראטעקשאן אגענטור געזאגט אז זי האט לויז געמאכט געוויסע ענווייראמענטאלע רעגולאציעס אויף גאזאלין, אז געוויסע קאטעגאריעס פון נישט-הונדערט-פראצענט-ריינע גאזאלין זאלן מעגן פארקויפט ווערן פאר מאטאריסטן, טראץ וואס געוועליך זענען די סארטן גאזאלין פארבאטן.

בילד: גאזאלין רעגולאציעס לויזער געמאכט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל