ניו יארק סיטי – מעיאר ביל דעבלאזיא האט אונטערגעשריבן א פעקל פון אכצן באזונדערע געזעצן וועלכע צילן אלע צו באשיצן טענעטס פון ווילדע לענדלארדס. צווישן די בילס איז א געזעץ וואס זאגט אז דעוועלאפערס וועלכע זענען שולדיג מער ווי 25 טויזנט דאלאר אין ווייעלעישאן געלטער פאר דער "בילדינגס דעפארטמענט", וועלן נישט קענען באקומען נייע קאנסטרוקציע פערמיטס, און אויך וועט עס אויסברייטערן די פארשידענע קאטעגאריעס פון "טשעפערייען" קעגן טענענטס, וואס לענדלארדס וועלן קענען דערפאר באשטראפט ווערן. ספעציפיש האט דעבלאזיא ארויסגעהויבן דאס וואס איינע פון די בילס וועט באשיצן טענענטס וואס ווערן גע'רודפ'ט דורך לענדלארדס וועלכע נעמען אונטער כלומר'שטע קאנסטרוקציע און פארריכטונג ארבעט אין די דירות פון טענענטס מיט'ן ציל אז די טענענטס זאלן זיך שפירן אומבאקוועם און זיך מוזן ארויסציען.

בילד: דעבלאזיא אונטערגעשריבן טענענט שוץ בילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל