אויסטראליע – ווייניג שלאף ברענגט נישט קיין גוטע זאכן. דאס איז שוין אן אלטער פאקט וואס יעדער ווייסט, אבער א פרישע שטודיע וואס איז דורכגעפירט געווארן דורך פראפעסארן אינעם "אוניווערסיטעט אוו אויסטראליע", צייגט אז צו האבן ווייניג פון די טיפע סארט שלאף, פארשטארקערט די ריזיקע אז מען זאל אנטוויקלען "דימענשיע" אויף די עלטערע יארן. דימענשיע איז וואס מאכט זיך ביי עלטערע מענטשן, אז דער זכרון ווערט גאר אפגעשוואכט, און צענדליגער טויזנטער אמעריקאנער בירגער ווערן יערליך דיאגנאזירט דערמיט. די שטודיע פון די אויסטראליער פראפעסארן איז דורכגעפירט געווארן אויף 321 ערוואקסענע פון זעכציג יאר און עלטער, וועלכע האבן נישט געהאט קיין דימענשיע, און די פראפעסארן האבן נאכגעפאלגט די אקטיוויטעטן פון די מענטשן פאר 12 יאר. נאך 12 יאר האבן 32 מענטשן פון די גרופע אנטוויקלט דימענשיע, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז פון די 32, האבן א מערהייט געהאט ווייניגער ווי זיבעצן פראצענט פון זייער שלאף-צייט אין די טיפע סארט "אר-אי-עם" שלאף (וואס איז דער טיפסטער שטאפל פון שלאפן). ביז היינט האט מען שוין אויך געוואוסט אז דימענשיע איז פארבינדן מיט ווייניג קוואליטעט-שלאף, אבער מ'האט נישט געוואוסט וואס ס'קומט קודם, צי די ווייניג שלאף אדער די דימענשיע, יעצט צייגט די שטודיע אז די ווייניג שלאף קומט קודם.

בילד: דעמענשיע פארבינדן מיט ווייניג שלאף

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל