פלארידע – היינט וועט נאענט צו אונזער וועלטל דורכפליען א מאסיווער "אסטעראיד" (אין גאר פשוט'ע ווערטער: אסטעראידס זענען טויטע פלאנעטן און שטיינער וועלכע פליען ארום אין די הויכע רוימען). דער אסטעראיד, וועלכע איז דורך נאסא א נאמען געגעבן געווארן "פלארענס", איז 3 מייל ברייט, און ס'וועט דורכפליען 4.4 מיליאן מייל ווייט פון אונזער וועלט, וואס איז אכצן מאל די ווייטקייט וואס ס'איז דא צווישן אונזער וועלט און די לבנה! דאס הייסט "דורכפליען נאענט"? אמת, 4.4 מיליאן מייל ווייט איז אן אסטראנאמישע ווייטקייט, אבער פאר גרויסע אסטעראידס, איז דאס די סאמע נאענטסטע וואס אן אסטעראיד איז סיי ווען דורכגעפלויגן צו אונזער וועלט, און נאסא וועט היינט מיט גרויס פאמפע האלטן אן אויג אויפ'ן אסטעראיד בשעת עס וועט מאכן די רייזע. געוויסע וויסנשאפטליכע זאגן, אז אויב דער מאסיווער אסטעראיד זאל אריינקלאפן אין אונזער פלאנעט, וועט עס זיין אזוי דעסטרוקטיוו, אז ס'וועט נישט איבערבלייבן קיין לעבעדיגער נפש אויף דער וועלט. מיר אידן ווייסן פונעם "המביט לארץ ותרעד," און אז גארנישט פאסירט נישט אן דעם וואס ס'זאל קאנטראלירט ווערן דורכ'ן גרויסן באשעפער.

בילד: אסטעראיד היסטאריע, היינט פרייטאג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל