וואשינגטאן – דער "יו-עס-עס דזשימי קארטער", איינס פון אמעריקע'ס מערסט-פארגעשריטענע נוקלעארע סובמארינען, האט מיט געציילטע טעג זיך צוריקגעקערט צום בארטן פון וואשינגטאן סטעיט, און עס זענען פובליצירט געווארן בילדער וויאזוי אויפן שפיץ פונעם סובמארין'ס טורעם פלאטערט אן אמעריקאנער פאן און דערנעבן א שווארצע פאן מיט סימבאלן פון ים-פיראטן, וואס האט ארויסגערופן גרויס מיסטעריע. איען קעדיע, א סקאטישער זשורנאליסט און מיליטערישער היסטאריקער, האט געגעבן צו פארשטיין אז די טראדיציע פון פלאטערן א פיראטן פאן אויף מיליטערישע שיפן איז עפעס וואס האט זיך אנגעהויבן ביים צווייטן וועלט קריג, ווען בריטישע שיפן פלעגן זיך צוריקקערן צו די בארטענעס אין ענגלאנד און האבן געפלאטערט מיט די שווארצע פענער, אלס אן אנזאג אז זיי האבן סוקסעספול געזונקען פיינטליכע דייטשע שיפן. איען'ס ערקלערונג, האבן געברענגט שפעקולאציעס אז דער "דזשימי קארטער" סובמארין האט זיך צוריקגעקערט פון א געהיימער סוקסעספולער מיסיע קעגן איינס פון אמעריקע'ס פיינט – א מיסיע אזוי געהיים אז דאס אמעריקאנער מיליטער וויל נישט רעדן דערפון, נאר פלאטערט די שווארצע פאן, אלס א שטילער סימבאל פון איר סוקסעס.

בילד: מיסטעריע מיט אמעריקאנער סובמארין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל