פלארידע – א ספעיס-מאשין וועלכע איז ארומגעפלויגן אין די הויכע רוימען פאר צוואנציג יאר, האט פרייטאג זיך פארלאשן און איז צעגאנגען אין די הימלען ארום דעם סאטורן פלאנעט. "קאסיני" איז מיט צוואנציג יאר צוריק ארויפגעשאסן געווארן דורך דער אמעריקאנער ספעיס אגענטור "נאסא", און עס איז ביז היינט פארבליבן די סאמע איינציגסטע ספעיס-מאשין ארומצופליען דעם פלאנעט סאטורן, געבנדיג פאר ספעיס עקספערטן און סייענטיסטן צו פארשטיין פילע וואונדערליכע זאכן איבער סאטורן. די מיסיע פון קאסיני האט אפגעקאסט פאר נאסא אזויפיל ווי 3.26 ביליאן דאלאר, אבער נאסא זאגט אז ס'איז ווערד געווען דאס געלט, וויבאלד מען האט זיך דערלערנט פילע נייע פאקטן ארום דעם פלאנעט און די קליינע פלאנעטן וועלכע צירקלען איר ארום. דאס פטור ווערן פון קאסיני איז נישט געשען בטעות, נאר נאסא האט עס פלאנירט זייער פארזיכטיג, וויבאלד ס'וואלט סייווי נישט געווען קיין שאנס צוריקצוברענגען די מאשין ביז צו אונזער אטמאספערע גאנצערהייט, און איר מיסיע איז געווען פארטיג. די נאסא סייענטיסטן האבן קאנטראלירט קאסיני אויף א ספעציעלע רייזע גאר נאענט צו סאטורן אין די לעצטע פאר וואכן, מיט'ן ציל אז ס'זאל אריינקראכן און צעגיין, און פרייטאג האט עס ווירקליך פאסירט, שליסנדיג א 20-יאר געשיכטע פון ספעיס פארשונג.

בילד: נאסא'ס "קאסיני" ספעיס-מאשין פארניכטעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל