מיזורי - העפטיגע דעמאנסטראציעס זענען נעכטן אנגעגאנגען, צום צווייטן טאג אין א צי, נאכדעם וואס א ריכטער האט ריינגעוואשן א ווייסן פאליציי אפיציר איבער דער שיסעריי פון א שווארצן. די רעדע איז פונעם געוועזענער אפיציר דזשעיסאן סטאקלי, וועלכער האט זיך דערקלערט אומשולדיג אינעם טויט פון ענטאני סמיט, א שווארצער מאטאריסט וועלכער איז אומגעקומען נאכדעם וואס סטאקלי האט אים געשאסן 5 מאל. אום דעצעמבער 20 יאר 11' איז סמיט געפארן אין זיין קאר און האט נישט געוואלט פארלאנגזאמען זיין גאלאפ, טראץ וואס סטאקלי איז געפארן אונטער אים און אים באפוילן זיך אפצושטעלן. אויף די רעקארדירטע ראדיא געשפרעכן, קען מען הערן ווי סטאקלי זאגט אז ער גייט אומברענגען סמיט, און דערנאך האט סטאקלי באפוילן זיין קאלעגע אפיציר, וועלכער האט געדרייווט דעם פאליציי קאר, ווילד אריינצוקראכן אין סמיט'ס קאר. דערנאך איז סטאקלי ארויסגעקומען פונעם פאליציי קאר, צוגעגאנגען צו סמיט'ס קאר און אים געשאסן. סטאקלי איז ערשט ארעסטירט און געקלאגט געווארן פאראיאר, ווען פאליציי שיסערייען זענען געווארן א נאציאנאלע הייסע אישו. פרייטאג האט א ריכטער ריינגעוואשן סטאקלי, און עס האבן אויסגעבראכן באלדיגע פראטעסטן, וועלכע האבן אנגעהאלטן שבת איבער׳ן טאג, מערסטנס פרידליך, טראץ געציילטע אינצידענטן און ארום פערציג ארעסטן.

בילד: פראטעסטן אין מיזורי איבער פאליציי אורטייל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל