וואשינגטאן - דער ספעציעלער פראקוראר ראבערט מוללער, וועלכער פירט די רוסלאנד-טראמפ אויספארשונג, האט פארלאנגט פון א ריכטער א פרישן ״ווארענט״, וואס לעגאלע עקספערטן זאגן אז דאס קען טוישן די גאנצע רוסלאנד סקאנדאל און איינמאל פאר אלעמאל פארשטילן די וועלכע זאגן אז רוסלאנד האט נישט פרובירט צו העלפן דאנאלד טראמפ געווינען די פרעזידענט וואלן.

לויט די באריכטן, טוט מוללער׳ס ״ווארענט״ פארלאנגען צוטריט צו פארשידענע אומאויטענטישע פעיסבוק אקאונטס וועלכע האבן פארשפרייט פארשידענע פאלשע נייעס קעגן פרוי קלינטאן דורכאויס דעם פארלאפענעם פרעזידענט קאמפיין, וואס עקספערטן זאגן אז דורך דעם ווארענט, קען מוללער אויפדעקן די אידענטיטעט פון אויסלענדישע רוסישע רעגירונג אגענטורן וועלכע זענען געשטאנען אונטער די אקאונטס, וואס וועט צייגן קלאר און דייטליך אז רוסלאנד האט טאקע געוואלט העלפן טראמפ געווינען. דערווייל האט מוללער בכלל נישט קאמענטירט אויף קיין איינס פון די נאכאנאנדיגע באריכטן איבער זיין אויספארשונג, וועלכע קען זיך נאך ציען לאנגע מאנאטן.

בילד: ראבערט מוללער׳ס פרישע ״ווארענט״ אנבאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל