קאליפארניע - דער רעפובליקאנער קאליפארניער קאנגרעסמאן, דאנא רארבאכער, האט אפגעהאלטן געשפרעכן מיט׳ן וויקיליעקס גרינדער דזשוליען אסאנדזש עטליכע וואכן צוריק, באזוכנדיג אין לאנדאן וואו אסאנדזש באהאלט זיך אין דער עקוואדאר אמבאסאדע, און אצינד צייגט א באריכט אז קאנגרעסמאן רארבאכער איז צוריקגעקומען פון דארטן מיט אן אנבאט פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, אז אסאנדזש זאגט אז ער האט א פאלדער מיט קלארע באווייזן אז נישט רוסלאנד האט אריינגעהעקט אין די דעמאקראטישע פארטיי הויפטקווארטירן, וואס אויב איז דאס אמת, וועט עס איינווארפן די טענות פון די דעמאקראטן אז רוסלאנד האט געוואלט טשעפען דירעקט מיט זיי און העלפן טראמפ. רארבאכער האט אבער געזאגט פאר ווייסן הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, אז אסאנדזש וועט נאר איבערגעבן די אינפארמאציע, אויב טראמפ וועט אים פארדאנירן פון סיי וועלכע אנקלאגעס איבער די מאסיווע מיליטערישע און נאציאנאלע זיכערהייט ליעקס וואס וויקיליעקס האט שוין פובליצירט אין לויף פון די יארן.

בילד: וויקיליעקס׳ אסאנדזש וויל דיעל מיט טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל