ביראביזשאן - שטייענדיג הארט בעפאר ראש השנה תשע״ח, הערט מען מיט פרייד אז אין פארשידענע ראיאנען און לענדער וועלכע האבן אמאל באלאנגט צום סאוועטן פארבאנד, וואו מ'פלעגט נישט טארן היטן קיין אידישקייט, עפענען 4 נייע שוהלן צום נייעם יאר. איינע פון די נייע שוהלן איז אין רוסלאנד, די צווייטע אין אוקראינע און די דריטע אין ליטע, און דאס מערסטע שטארט ארויס דער נייער שוהל אין ביראבידזשאן - א שטאט וואס דער קאמוניסטישער פירער יאזעף סטאלין האט אוועקגעשטעלט אין יאר 934׳ מיטן ציל אז ס'זאל דינען אלס א זעלבסטשטענדיגע שטאט פאר אידן. ביראביזשאן פארמאגט אונטער זיך א סאך אינטערעסאנטע היסטאריע, אבער עס איז געווען א דורכגעפאלענער עקספערימענט פון סטאלין, ווייל ס'האט זיך נישט איינגעגעבן לאנג-טערמיניג פאר אידישע איינוואוינער. דער שוהל וואס עפנט זיך יעצט, איז דער ״ביהמ״ד בית תשובה,״ וועלכע האט זיך אריגינעל געעפנט אין תשמ״ו, אבער איז שנעל פארלאזט געווארן. יעצט האט א לאקאלער פילאנטראפ אינוועסטירט און צוריקגעבויעט דעם שוהל, וואס עפנט זיך אויף די ימים נוראים.
הוסף רשומת תגובה