קאליפארניע - אן אנטיסעמיטישע צער בעלי חיים גרופע האט אריינגעגעבן א געריכטליכע אנקלאגע קעגן צוויי פאליציי דעפארטמענטס אין קאליפארניע, זאגנדיג אז די פאליציי אפיצירן טוען נישט אינפארסירן פארשידענע געזעצן וועלכע באשיצן באשעפענישן פון פייניגונגען, דורכדעם וואס די אפיצירן ערלויבן די אידישע געמיינדעס אנצוגיין מיט׳ן מנהג כפרות. ליידער איז דאס שוין געווארן ממש א יערליכע זאך מיט וואס ערליכע אידן דארפן זיך ספראווען ווען ס'קומט חודש תשרי, אז די פארשידענע גרופעס וועקן זיך אויף און פרובירן צו שטערן דעם הייליגן מנהג פון כפרות שלאגן, און די יעצטיגע אנקלאגע, קעגן די לאס אנדזשעלעס פאליציי דעפארטמענט און די איירווין פאליציי דעפארטמענט, איז גארנישט אנדערש. אין איירווין עקזיסטירט א קליינע אידישע קהילה וועלכע זענען שוין אין יאר 15׳ געקלאגט געווארן איבער׳ן מנהג כפרות, אבער פאראיאר האט א ריכטער ארויסגעווארפן די אנקלאגע און געזאגט אז די אידן האבן רעכט אנצוגיין דערמיט, פרובירן יעצט די זעלבע אנקלעגער א נייעם מיטל, דורכ'ן קלאגן די פאליציי.

בילד: פאליציי געקלאגט איבער מנהג כפרות

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל