ניו יארק – היינט זונטאג וועט דער אמעריקאנער פרעזידענט פארלאזן וואשינגטאן און פארן קיין ניו יארק סיטי, וואו ער וועט זיך צוגרייטן צום יערליכן "יו-ען" דזשענעראל אסעמבלי פארזאמלונג, וואס וועט זיין די סאמע ערשטע מאל וואס ער נעמט דארטן אנטייל אלס פרעזידענט. די וועלט קוקט ארויס מיט שפאנונג וויאזוי די רעדעס און אפשטימונגען וועלן דארטן צוגיין, און וויאזוי די פירער און דיפלאמאטן פון אלע וועלט'ס לענדער וועלן רעאגירן צו טראמפ'ס רעדע. אויפן שפיץ פון דער אגענדע היי יאר, וועט זיין צפון קארעא'ס נוקלעארער פראגראם, שטייענדיג בלויז צוויי וואכן נאכדעם וואס זיי האבן דורכגעפירט א טעסט אויף א היידראדזשין באמבע, און נאכדעם וואס זיי האבן שוין היי יאר דורכגעפירט זעכצן מיסיל טעסטן. אויך וועט ווארשיינליך אויפגעברענגט ווערן דער גלאבאלער דיעל איבער קלימאט טויש, וואס טראמפ האט ארויסגעצויגן אמעריקע דערפון, און די אישו פון די מינאריטעט רוהינגא מוסולמענער, וועלכע ווערן מאסנווייז אויסגעמארדעט אין מיאנמאר, וועט אויך זיין א וויכטיגע אישו אויף דער אגענדע.

בילד: וועלט גרייט צו פרישע יו-ען אסעמבלי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל