קאראקאס – מ'האט נעכטן אנגעהויבן זען א פונק פון האפענונג פאר א מעגליכע שליכטונג צום אנגייענדיגן קריזיס אין ווענעזועלע, ווען ס'זענען פארגעקומען די ערשטע רונדע שלום געשפרעכן, אפגעהאלטן אין די דאמיניקען רעפובליק, וואו עס האבן זיך באטייליגט פאָרשטייער סיי פון דעם ווענעזועלער רעזשים פון ניקאלעס מאדוראו און סיי פון דער אנטי-מאדוראו אפאזיציע. אין א סטעיטמענט האט מאדוראו געזאגט, אז ער איז שטארק אפטימיסטיש אז מען האלט גאר נאענט צו א שליכטונג פונעם מאנאטן-לאנגן קריזיס, וועלכע האט אפגעקאסט די לעבנס פון 125 פרידליכע פראטעסטירער און האט פארוואנדלט די אויל-רייכע ווענעזועלע אין א דריטע-וועלט לאנד. אבער די אפאזיציע האט נעכטן געזאגט אז מען האלט נאך גאר ווייט פון א דיעל, ווייל זיי ווילן זיכער מאכן אז מאדוראו ״שפילט נישט קיין געימס״. די אפאזיציע וויל קאנקרעטע פארשפרעכונגען אז ענדע יאר 18׳ וועלן פארקומען יושר׳דיגע פרעזידענט וואלן, און אז מאדוראו וועט רעספעקטירן די אפאזיציע-געפירטע קאנגרעס.

בילד: שלום געשפרעכן אנגעהויבן אין ווענעזועלע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל