יאפאן - די מיליטערן פון כינע און רוסלאנדוועלן די וואך אפהאלטן געמיינזאמע מיליטערישע טרענירונגען, וואס וועט זיין דער צווייטער טייל פון א נייער מיליטערישער קאאפעראציע צווישן די צוויי גרויסמאכטן. די ערשטע טרענירונגען זענען אפגעהאלטן געווארן נעבן רוסלאנד אין יולי, וואו די כינעזער נעווי שיפן זענען געפארן טויזנטער מייל פון זייערע בארטנס אנצוקומען צום באלטישן ים, וואו די רוסישע נעווי איז סטאנציאנירט, און די יעצטיגע טרענירונגען וועלן פארקומען אינעם יאפאנעזער ים, וואס טראץ וואס ס'איז נישט ווייט פון כינע, איז די כינעזער נעווי נאך קיינמאל נישט געפארן דארטן ביז יעצט. די געמיינזאמע טרענירונגען פון די צוויי לענדער ווערן באטראכט מיט גרויס אכט און אנגעצויגנקייט דורך די מערב וועלט לענדער, וויבאלד ס'איז אין צייט פון קריזיס מיט צפון קארעא, און סיי כינע און סיי רוסלאנד האבן פרא-צפון קארערא אינטערעסן.

בילד: כינע און רוסלאנד מיליטערישע איבונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל